פרייטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תרומה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל איצקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הר"ר שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ערענפעלד ע"ה.
ב"ר חיים שלמה יוסף ווערטהיימער הי"ו.
ב"ר שלמה אלי' ווייס הי"ו.
ב"ר חיים משה לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגי"ש און פאר די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' תרומה מיינט הפרשה, און ארומגערעדט אז מען דארף זיין אפגעשיידט פון די גויאישע גאס נישט נאכגיין זייערע מאדעס אדער זינגען ניגונים וואס קומען פון דארט, וכו' און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~