דאנערשטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמואל נתן לאוב הי"ו.
ב"ר אברהם יצחק טייטלבוים הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ברוין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' רפאל יצחק מאלח הי"ו און הרה"ח ר' דניאל כיבודי הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב בר"ב קויפמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א און הר"ר יואל יעקב מרדכי טייטלבוים שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 11:20 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון פילמער גארדענס צום שמחת השבע ברכות פון נכדתו הכלה צוגעשטעלט דורך גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, זיידע פון די חתן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שידוכים ביי רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן די מחותן דער אבי הכלה חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
ברכות ראשונות: האדמו"ר מדעעש ב"פ שליט"א,
ברכות אמציעות: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י,
ברכה אחריתא: רבינו שליט"א.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן צוזאמען מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיט די חתן,
מען האט געענדיגט ארום 11:55.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~