שיעור תהילים ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יום א' ראה אין היכל ישיבתינו הק' - סניף קדושת יואל.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שיעור תהילים ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א יום א' ראה אין היכל ישיבתינו הק' - סניף קדושת יואל.
"דוד המלך זאגט אין תהילים קאפיטל ה', הקשיבה לקול שועי מלכי ואלוקי כי אליך אתפלל.
"דאס ענין קען זיין, אונז געדענק מיר אלע ווי נישט אזוי לאנג צוריק איז געווען שווערע זמנים פאר כלל ישראל, מען האט אפגעשלאסן די בתי מדרשים, די שולן, מען האט נישט געקענט קומען אין ביהמ"ד דאווענען, מען האט נישט געקענט דאווענען מיט קיין מנין, נאר אין די הויפן.
"עס איז ב"ה בעסער געווארן דאס ענין, נאר לעצטנס איז צוריק אביסל שווער געווארן די מחלה, מי יודע מה יולד יום, דער אויבערשטער פירט די
וועלט, ווער ווייסט וואס וועט זיך ווייטער דא אפשפילן, קיינער איז נישט קיין יודע עתידות.
"אידן דאווענען און בעטן, הקשיבה לקול שועי מלכי ואלוקי, הער צי מיין געבעט, כי אליך אתפלל, אז מען זאל קענען דאווענען, מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד, מען זאל נישט אפשפארן קיין בתי מדרשים, נישט פארשפארן קיין שולן,
מען זאל קענען דאווענען.
"מען בעט א בקשה צום בורא כל העולמים, הקשיבה לקול שועי מלכי ואלוקי כי אליך אתפלל, איך וויל קענען קומען דאווענען אין שול, אין די בתי מדרשים און שולן, די הייליגע טעג, און א גאנץ יאר.
~🌴~