שבת קודש פרשת משפטים - שבת ר"ח אדר א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת משפטים - שבת ר"ח אדר א'=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שמעון ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו און החתן יודל ב"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו.
ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א לטובת די מעמד "קהלא קדישא" וועלכע קומט פאר היינט זונטאג אין ביהמ"ד הגדול.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די ת"ת אין קרית ספר בארה"ק עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יעקב יודא שטערן שליט"א - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב יודא שטערן שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם קייזער הי"ו - ביתר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש על רעהו להרגו בערמה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין אז תשובה ניצט נאר ביי א איד.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יושע גאנץ הי"ו - מאנסי.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יוט זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
קה רבון עלם: הר"ר יואל הערש פישער שליט"א - וומ"ס.
דער רבי האט דערמאנט אז שבת איז די יארצייט פונעם אבן עזרא זי"ע און מכבד געווען הרה"ח ר' וואלף ווייס הי"ו - ב"פ, מיטן זמר פון צמאה נפשי וועלכע איז נתחבר געווארן דורכן אבן עזרא זי"ע.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' אלי' בר"י גאטליעב הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:00 אזייגער.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' ישראל אשר לעווי הי"ו.
שלישי: החתן מרדכי אהרן ב"ר קלמן יעקב ווייס הי"ו - באווארפען.
רביעי: הר"ר אלימלך ברא"י עקשטיין שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' מאיר לייב ראזענבערג הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך לחולה לרפואת הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
שביעי: ר' יעקב אליעזר פארגעס הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' יושע גאנץ הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' קלמן יעקב ווייס הי"ו.
מפטיר - קריאת ר"ח: ר' יואל בר"מ הירש הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' אליקים האבערמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא אונגאר הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 1:00 אזייגער.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:55.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' אהרן גאלד הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יואל ברמ"י מאשקאוויטש הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו - לאנדאן.
שלישי: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א - מאנטריאל.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און געטייטשט אז שתשים הסנהדרין אצל המזבח ווייל דער מזבח האט משפיע געווען יראת שמים, אבער אין גלות איז נישטא קיין מזבח נאר מיט די כח פון יעקב אבינו וואס איז משפיע יראה עליונה אזוי קען מען נהפך ווערן לאיש אחר דורך תשובה, אבער אז מען געט זיך נאך תאוות פארלירט מען דעם קשר מיט יעקב אבינו דארף מען אין די לעצטע מינוטען פון שובבי"ם זיך אפשיידן פון די איבעריגע תאוות, אזוי וועט מען האבן מיט וואס ארויסצוגיין פון די ימי השובבי"ם.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ג ר' יחזקאל היילברוין שליט"א.
שושנת יעקב: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה יעקב איצקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך איז דער רבי אראפגעגאנגען אין היכל צבי ויצחק ראזענבערג ווי ווי די עלטערן לערנען מיט די קינדער במסגרת ושננתם לבניך,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט און ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח פאר א לענגערע צייט.
מען האט געענדיגט ארום 8:20.
~🌴~