דאנערשטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג משפטים=
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
דער רבי האט געצינדן לעכטן און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו - ק"י.
בעל קורא: ר' ליפא בר"וו לאנדא הי"ו - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
גלילה: הב' אברהם ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
ארום 3:15 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
דער רבי האט געצינדן לעכטן און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגנט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעביים שליט"א וואס האט אוועקגעגעבן די ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער,
אויך האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א וועלכע איז היינט אנגעקומען, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד, און ארום 4:30 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 11:50 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טעטער-בארא לופטפעלד,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אין לופטפעלד,
נאך מעריב איז דער אנוועזנדן ציבור אריבער שלום נעמען, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
א גוטע נאכט.
~🌴~