מיטוואך משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך משפטים=
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: ר' אברהם חיים פילאפף הי"ו - וומ"ס.
פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: ר' אברהם חיים פילאפף הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
דער רבי האט געצינדן לעכטן און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזוי ווי יו"ט,
פאר די פיש האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו געמאכט א סיום אויף מסכת סוטה, און דער רבי האט געזאגט קדיש,
ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל',
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות,
פאר די פלייש האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, און ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיך מקשר זיין צו צדיקים הקודמים סיי דורכ'ן לערנען זייערע ספרים און אפילו צו פארציילן עובדות פונעם צדיק, און ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די גדלות פונעם בעל הילולא זי"ע און מסיים געווען בברכת קדשו,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 8:10.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו ובני משפחתו וועלכע האבן צוגעשטעלט די סעודה פארן גאנצן ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~