שבת קודש פרשת יתרו - שבת מבה"ח אדר א' במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת יתרו - שבת מבה"ח אדר א' במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 4:05 האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א - מסאלקא מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם משה גראס שליט"א - שיכון סקווירא.
מנוחה ושמחה: הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויספר משה לחותנו את כל אשר עשה ה' לפרעה ולמצרים ויחד יתרו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ק"י.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם משה גראס שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד כולל ערב שבת.
בעל קורא: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' לוי יצחק שלאף הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
רביעי: הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' מענדל בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א.
אחרון: ר' צבי יואל פרייזלער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הר"ר יודא בער טעלער שליט"א - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ק"י.
גלילה: ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו - ק"י.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' ציון עובדי מאסרי הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו - ק"י.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יואל ברז"ל לאנדא הי"ו - ק"י.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' אברהם ב"ר שלמה לוריא הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
ביי של"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והודעת להם את הדרך אשר ילכו בה' און ארומגערעדט שטארקע דברי התעוררות זאגענדיג אז מען גייט שוין אריין אין די זעקסטע וואך פון די ימי השובבי"ם און א מענטש קען אמאל טראכטן אז כ'האב שוין אזויפיל מאל פרובירט תשובה צו טוהן און כ'בין ווייטער אדורכגעפאלן אפשר ניצט שוין מער נישט מיין תשובה, חלילה וחס אזוי צו טראכטן נאר מען דארף נעמען חיזוק פון א מקוה 'מה מקוה מטהר את הטמאים' אפילו הונדערט מאל 'אף הקב"ה מטהר את הטמאים' אן קיין גבול און מען קען אייביג תשובה טוהן אפילו אויף די הארבסטע עבירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' הערשל ברוק הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג כ"ט שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
~🌴~