דינסטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג יתרו=
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: ר' יצחק ליפשיץ הי"ו - וומ"ס.
פאר מעריב האט שלום גענומען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט, און עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטיגע שערורי' פון די פסולים וואס מען טרעפט ביי די ספרי תורה און די נייע מהלך עס בודק צו זיין.
א גוטע נאכט.
~🌴~