שבת קודש פרשת בשלח - שירה במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בשלח - שירה במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - ק"י.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ובני ישראל יוצאים ביד רמה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך האכילה.
קה אכסוף: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א - ב"פ.
פארן בענטשן האט דער רבי ממשיך געווען בעניני תורת רשב"י בשייכות מיט די תורה.
ברכת המזון: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי יושע מ'בעלזא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ג שבט.
קה רבון עלם: הר"ר אלכסנדר אשכנזי שליט"א - ב"פ.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' בנימין לעפקאוויטש הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו פסוקי דזמרה ותפילת שחרית און פארגעזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה לייפער הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יודא בער טעלער שליט"א - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו - ק"י.
שלישי: ר' חיים יודא גרינפעלד הי"ו - וומ"ס.
רביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
חמישי: הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הר"ר אלכסנדר אשכנזי שליט"א, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו.
הוספות: הב' ב"ר אלכסנדר אשכנזי שליט"א.
הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
נכד רבינו הרב חיים הערש ט"ב שליט"א.
אחרון: הר"ר אלכסנדר אשכנזי שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו - ק"י.
כהן: ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
שלישי: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הב' ב"ר יואל בר"מ גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שיר המעלות: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויהי בשלח פרעה את העם' אפילו מען האט געזינדיגט מיט הארבע עבירות און לכאורה דארף מען זאגן נראה ונדחה אינו חוזר ונראה וויבאלד אבער עס איז געקומען באגלייט מיט א קרעכץ אזוי ווי הרה"ק רבי ר' זושא מ'אניפאלי זי"ע זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען א מלאך וואס איז באשאפן געווארן פון א עבירה זאל זיין גאנץ אייביג פעלט א אבר וכו' וויבאלד מען האט געקרעכצט בשעת'ן טוהן די עבירה, במילא הייסט עס שוין ווי א חרטה און עס ניצט תשובה אויף אלע עבירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' בנימין לעפקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
~🌴~