דאנערשטאג בשלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בשלח=
~חמשה עשר בשבט~
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגאר הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו - ק"י.
בעל קורא: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' משה יצחק כהנא הי"ו - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו - ק"י.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו - ק"י.
פארנאכטס ארום 5:25 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו - ק"י.
נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבת לחיים און פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות ושמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א העץ און טועם געווען פון די טייטלען,
דערביי האט דער רבי געבענטשט טייטלען וואס וועלן ווערן ספעציעל אפגעשיקט פאר די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד',
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני חמשה עשר און דער רבי האט טועם געווען פון די אתרוג קאמפאט,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און בסוף הדברים ארויסגעברענגט אז חמשה עשר בשבט איז די צייט מתפלל צו זיין אויף ערליכע קינדער, און געזאגט אז מען פירט זיך צו עסן אתרוג וואס ביי אתרוג איז 'עצו ופריו שווין' און מען בעט אז די קינדער זאלן זיין אזוי ערליך ווי די עלטערן 'ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים אהובים למעלה ונחמדים למטה', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א הגפן און געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור זאגענדיג אז עס איז ראש השנה און געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר",
מען האט געענדיגט ארום 6:30.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: ר' שמעון קויפמאן הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~