שבת קודש פרשת בא במקום הנופש פאלם ספרינגס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בא במקום הנופש פאלם ספרינגס=
ביים שקיעה הנראית ארום 4:00 אזייגער האט זיך דער רבי פורש געווען ממלאכה כמנהגו.
ארום 5:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש אינעם שטאטישן ביהמ"ד און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א - וומ"ס, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:10.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה,
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כל קהל עדת ישראל בין הערבים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שנים שעשהו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד איהעל ב"פ.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק הפני יהושע זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"ד שבט.
קה רבון עלם: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א - מאנסי.
נאך די פירות האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמחה וויזענפעלד הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מעכיל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הרה"ג אב"ד איהעל ב"פ שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו - ק"י.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
רביעי: ר' משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו - ק"י.
דעם רבינס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך,
שביעי: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו - מאנטריאל.
אחרון: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.
מפטיר: הב' צבי ריינער ני"ו - לאס אנדזשעלעס.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' חיים מאיר גרינפעלד הי"ו - ק"י.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ליפא מענדלאוויטש הי"ו - מאנסי.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יודא שטערן שליט"א - מאנטריאל.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
כהן: ר' יואל ברמ"ח פריעדמאן הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו - שיכון סקווירא.
ביי של"ס האט דער רבי פארטיילט שיריים פון די פיש פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא לאמר' תשובה העלפט מכח אמונה אבער אויב ח"ו מען איז פוגם בעניני קדושה פארלירט מען די אמונה אין הקב"ה,
אין די וואכן ווען מען ליינט די פרשה פון יציאת מצרים ווערט נתרבה די כח האמונה ביי כלל ישראל און דורכדעם קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה אויף אלע עבירות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף אונגער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
~🌴~