מיטוואך עקב פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך עקב פארנאכטס
אין די נאכמיטאג שעות ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מתיבתא - סניף דברי יואל.
דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי און עוסק געווען בלימוד התורה ביז ארום 6:00 אזייגער.
אין די פארנאכטס שטונדן האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים
ר' משה בר"י פאלקוויטש - ר' עמרם נתן פעלבערבוים,
אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים
ר' יואל וויינבערגער - ר' יוסף חיים קרויס,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בבית רבינו ארום 9:00
אויפדערנאכט ארום 10:15 האט דער רבי קובע געווען די מזוזה אויפן נייעם פריש געעפנטער תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
נאכן קביעות מזוזה האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל מנחם ליכטענשטיין- ר' יעקב אלי רייזמאן - מעסקני ועד החתונה תקנות דקהלתינו הק', אינעם פריש געעפנטע צווייטע ''תקנות תנאים זאל''.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לרגל די קביעות מזוזה אויף די פריש געעפנטע תנאים זאל.
נאכן מסיבת לחיים האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים
ר' יוסף גאנץ - ר' אהרן משה גאלדענבערג,
אינעם צווייטן תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:25
א גוטע נאכט
~🌴~