דינסטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בא=
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע פאר א לענגערע צייט.
אין די נאכמיטאג שעות האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו ווי דער רבי האט אים אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וואס קומט פאר היינט אויפדערנאכט, און דערביי האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די גרויסע תמיכה וואס ער האט געשאנקן פאר אלע מרביצי תורה במוסדותינו הק' אין ק"י לרגל די שמחה, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פארנאכטס ארום 4:30 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאך מנחה האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מען האט אויפגעגעבן אלע מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגונים וואס מען האט געזינגען ביים בעל הילולא זי"ע,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וגם מקנינו ילך עמנו וכו' כי ממנו נקח לעבוד את ה' און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 6:30.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.
נאך מעריב האט זיך דער רבי באדאנקט פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו און זיין משפחה און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~