מאנטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בא=
ארום 8:00 אזייגער איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו - שיכון סקווירא.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' יעקב דוד האפמאן הי"ו - לאנדאן.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
ראשון: רבינו שליט"א.
שני: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - ק"י.
שלישי: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים בחצרות הצדיקים.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
דער רבי האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~