זונטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלום מאיר רובין הי"ו.
ב"ר אליעזר זוסיא פארטיגאל הי"ו.
ב"ר ליפא ברח"ל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר זלמן לייב פארקאש
ב"ר בעריש ווערטהיימער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה מסכת בבא מציעא דף ד: בסוגית הילך, ווי דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאלעפארניע.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
ארום 1:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד, אין לופטפעלד האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א - אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל,
ארום 2:30 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן זונטאג תרומה הבעל"ט.
די פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד ארום 5:00 אזייגער -ארטיגע זייגער (ארום 8:00 אזייגער ניו יארק'ע זייגער).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן אין לופטפעלד דורך אנשי שלומינו וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה און דער רבי איז צוגעפארן לביתו נאוה קודש.
ארום 5:40 איז דער רבי אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו.
א גוטע נאכט.
~🌴~