דינסטאג עקב פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג עקב פארנאכטס
אין די פארמיטאג שעות ארום 12:40 איז כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א געקומען אויף א באזוך צו כ"ק מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות.
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און דערנאך ארויס באגלייט ביזן גאס.
אין די פארנאכטס שטונדן האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים
ר' הערש בער מייזעלס - ר' ישראל מענדל געלב,
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בבית רבינו ארום 9:00
אויפדערנאכט ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים
ר' משה ארי' גוטמאן - ר' יקותיאל אלי' אייגנער
אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 11:40
ארום 12:30 האט זיך כ"ק מרן רבינו שליט"א באטייליגט ביי די שמחת החתונה פון נכדי גיסו כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ביים אנקומען האט זיך פארצויגן א קורצע ידידות'דיגע שמועס.
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און זיך געוואונטשן מיט גיסו האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר דער חתן און מחותנים.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן די ריקודי קודש מיט האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מיט די מחותנים און דער חתן.
א גוטע נאכט
~🌴~