דאנערשטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וארא=
~ר"ח שבט~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' טובי' גדלי' גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל פעקעטע הי"ו.
ב"ר אברהם חיים ווייס הי"ו.
ב"ר שלמה אברהם גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג אריין קיין וומ"ס, וואו עס איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. לטובת קרן "לב אהרן" פאר מוסדות יטב לב אין ארה"ק,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי ברכה און מחזק געווען די עסקנים מען זאל קענען ווייטער אויפטרייבן גרעסערע געלטער פאר מוסדות יטב לב בארה"ק.
דערנאך איז דער רבי אריין געפארן קיין ב"פ באשיינען דעם מעמד "תורה להאדירה" לטובת "כולל דברי יואל" דקהלתינו הק'.
ביים אנקומען קיין ב"פ ארום 9:45 איז דער רבי צוגעפארן צו בית מדרשינו הגדול וואו דער רבי האט געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלום מיטטעלמאן הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום מעמד "תורה להאדירה" פאר די אברכי הכולל וועלכע האבן זוכה געווען מסיים צו זיין מקצועות און זיך פארהערט אויף די לימודים, אינאיינעם מיט'ן דינער לטובת הכולל מיט אירע 175 אינגעלייט, וועלכע איז פארגעקומען באולם ליפשיץ.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבני הכולל, און דער נועם הכבוד הגה"צ ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א - רב מעריב ב"ב האט פארענדיגט זיין דרשה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר המעמד הרה"ח ר' משה אהרן פילאפף הי"ו, און האט אויפגערופן הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו - מראה"ק וחבר הנהלת הכולל אויפצוטרעטן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, וואו דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פונעם כולל וואס איז פקיעא שמיה אין די גאנצע שטאט אלץ מקום תורה, בשבח פון די לומדי תורה, און בשבח פון די מחזיקי תורה, וואס די אלע האבן א גלייכע חלק אין די לימוד התורה, און דער רבי האט אויפגעפאדערט די אינגעלייט צו דאווענען אין היימישע בתי מדרשים דקהלתינו הק' סיי אום שבת און סיי אינדערוואכן, און ארומגערעדט מיט הנאה איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון ביהמ"ד תפילה למשה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די לומדי הכולל, פאר די מחזיקי התורה, און פאר אלע אנשי שלומינו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די רבני ולומדי הכולל, און פאר כל הקהל הקודש,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סעט ברך משה פאר אלע אינגעלייט מסיימים ומצטיינים בשו"ע יו"ד ח"א.
ארום 11:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט דעם זאל אויפן וועג צוריק קיין ק"י.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ביים אנקומען צוריק קיין ק"י ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב צום שמחת הוואכנאכט פון בנו הנולד למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי ר' זושא מ'אניפאלי זי"ע וואס די יארצייט געפאלט היינט ב' שבט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די זיידע הגה"צ רב דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, און פארן אנוועזנדן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
~🌴~