מיטוואך וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וארא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א - אב"ד בוטשאטש.
ב"ר שלום מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר נטע יואל האלפערט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די בחורים גבאים פון חבורת 'לך דימיה תהילה' מיט א קוויטל כללי פון א גרויסע מספר בחורים וואס האבן זיך אינטערגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען,
דער רבי האט איבערגעקוקט די רשימה און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון ישראל חיים ווערצבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~