דינסטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וארא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר שטיינמעץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם גרין הי"ו.
ב"ר יצחק מנחם בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:40 איז דער רבי אריבער צום מעמד 'חנוכת הבית וקביעות מזוזה' פארן נייעם "בית הוראה" שע"י קהלתינו הק',
ביים אנקומען האט דער רבי זיך אומגעקוקט אויפן בית הוראה און אלע שטיבלעך מיט א שטארקע קורת רוח,
דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכער איז עומד בראש פונעם בית הוראה, און פאר די דיינים ומורי הוראה, און מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אויפצוטרעטן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, וואו דער רבי האט ארויס געברענגט די גרויסע שמחה אז מען עפנט אזא שיינע מקום לדון ולהורות, און געוואונטשן סייעתא דשמיא פאר די דיינים ומורי צדק, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 1:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די הנהלה פון בית מדרשינו סאוט אכט אין וומ"ס אינאיינעם מיט הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
דער רבי האט געהערט א באריכט און איבערגעקוקט די פלענער פון די העפטיגע בוי ארבייט ווי מ'גרייט זיך שוין בקרוב הימים זיך אריינצוצוען אינעם פראכטפולע נייע בנין הביהמ''ד מיט אלע ציגעהערן לתורה לתפילה וטהרה וגמ''ח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ אינאיינעם מיטן רב הביהמ"ד הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די מגבית פארן ביהמ"ד,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הביהמ"ד און בפרט די פלענער צו איבערבויען די מקוה אינעם ביהמ"ד, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כוללינו 'כולל דברי יואל' פון ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש און איינלאדענען רבינו שליט"א צום גרויסארטיגן מעמד "תורה להאדירה" פארן כולל וואס קומט פאר מארגן דאנערשטאג אין די ליפשיץ זאלן אין ב"פ.
עס איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ רבי נחום ארי' סאפרין שליט''א האדמו''ר מקאמארנא ירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~