שבת קודש פרשת שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמות=
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק לא איש דברים אנכי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ד טבת.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' עזרא דוד כאירה שליט"א - מו"ץ בקהילת חרדים בארגענטינע.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן מנחם ב"ר חיים אליעזר העללער הי"ו.
שלישי: החתן מנחם מענדל ב"ר יעקב קעלנער הי"ו.
רביעי: החתן חיים יוסף לייב ב"ר שלמה צבי שעהר הי"ו.
חמישי: החתן ישראל בהר"ר מנחם הירש שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' עמרם ברי"י בראך הי"ו.
ר' הלל מאשקאוויטש הי"ו.
ר' יושע הערש גרינפעלד הי"ו.
ר' ליפא ברי"ז פריעד הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו - וומ"ס.
אחרון: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
הגבה: הר"ר מנחם הירש שליט"א - וומ"ס.
גלילה: הר"ר מרדכי קאהן שליט"א.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה הערש שעהר הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: נכד רבינו הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט אנגעהויבן די דב"ק זאגענדיג אז מנהג ישראל תורה אז מען לערענט נישט די נאכט, און געזאגט אז יעדע נאכט ווען אידן זענען עוסק בתורה קומט ארויף אין הימל די קול קול יעקב, משא"כ די נאכט ווען די קליפה איז שולט און מען לערענט נישט קומט ארויף אין הימל די ידים ידי עשיו - די קול פון שמע ישראל וואס מיליאנען אידישע קינדער האבן אויסגעשריגן איידערן ווערן געהרג'עט על קדושת שמו יתברך במשך די לאנגע ביטערע גלות, און דאס אלעס קומט פון די כח פון יעקב אבינו וואס האט אריינגעלייגט א כח פון מסירות נפש אין זיינע קינדער עד ביאת הגואל,
און צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט לכבוד די ימי השובבי"ם זאגענדיג אז די גאנצע ירידה פונעם אותו האיש האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס ער איז נישט נזהר געווען בשמירות ענים און דאס האט צום סוף צוגעברענגט אז ער זאל פוגם זיין בעניני אמונה, און פון דעם זעט מען די הארבקייט פון א פגם אין שמירות ענים וואס דאס קען אלץ צוברענגען.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מנחם מענדל ב"ר יעקב קעלנער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
~
ארום 10:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אשר זאב גוטמאן הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו אין שכונת דברי חיים ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט לטובת בית מדרשינו בשכונת דברי חיים און פאר די מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אינעם שכונה,
עס האבן אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מארה"ק, און הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש איבער די גרויסקייט פון געבן געלט צו בויען א מקוה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים,
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות ווי אלע גרעסערע נדבנים האבן געהאט די געלעגענהייט אינטערצושרייבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די שטוב און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' אשר זאב הי"ו און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~