דאנערשטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שמות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ד ראזענבערג הי"ו.
ב"ר משה יוסף ערענפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:30 ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אראפ אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה פאר צענדליגע עסקנים וועלכע האבן זיך אינטערגענימען צו שאפן גרעסערע געלטער פארן מקוה טהרה אין ק"י,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המקוה טהרה און איבערגעקוקט די פלענער אויף ווייטער,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון געבן און שאפן געלט לטהרתן של ישראל, און ארויסגעברענגט די נחיצות צו פארברייטערן די מקוה טהרה נאך אזויפיל יארן, און די ריזיגע געלטער וואס דארף נאך געשאפן ווערן צו פארענדיגן די מקוה במילואה, און מעודד געווען די עסקנים צו שאפן גרעסערע געלטער און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים.
דערנאך ארום 8:30 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה לקראת די נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע דעם קומענדיגן זונטאג הבעל"ט,
דער רבי האט איבערגעקוקט די פרטי הנסיעה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער אפנעמען ברכת קדשו און דער רבי איבערגעגעבן שליח מצוה געלט אויסצוטיילן פאר די בחורים.
ארום 9:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו און הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב טעלער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
א גוטע נאכט.
~🌴~