דינסטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר שלמה בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ב"ר ישראל רובין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א, ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט א שטארקע הנאה און קורת רוח איבער די נעכטיגע 'יום שכולו תורה' דורך הונדערטער אנשי שלומינו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~