מאנטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ת"ת 'בנין קליין' ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די הונדערטער תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, און הר"ר יואל האלפערט שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון אלע קינדער אז מען הייבט שוין אן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 1:35.
דערנאך איז דער רבי ארום זיך אומקוקן אין עטליכע כיתות ווי דער רבי האט פארהערט די קינדער אויף די לימודים,
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די גינת קליין זאלן אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע פרויען אריינגאנג פון די אנדערע זייט פונעם בנין און אין די נייע שטובער וואס די געטרייע הנהלת המוסדות האט ארייגעלייגט למען גדרי הצניעות.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מנחם הירש שליט"א און הר"ר מרדכי קאהן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה צבי שעהר הי"ו און הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אליעזר העללער הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה געשריבן דורך הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, לרפו"ש - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן,
דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~