זונטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שמות=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלכסנדר יושע עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר הערש אלימלך קליין הי"ו.
ב"ר אברהם משה יעקב דאנציגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי חיים פריעד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו און הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שעהנפעלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש לאקס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יודא גפן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~