שבת קודש פרשת ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויחי=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן בנימין זידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו, און החתן מנחם מענדל ב"ר יעקב קעלנער הי"ו.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ שארמאש.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' הערשל שטיינבערג שליט"א - לעיקוואד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחי יעקב בארץ מצרים' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם ענין אויף וואס די ימי יעקב איז מכפר.
קה אכסוף: הרה"צ ר' דוד משה ראזענבוים שליט"א - רב דביהמ"ד קרעטשניף.
ברכת המזון: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ארי' דבי עילעא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג י"ז טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל כף הי"ו - ב"ב.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:20.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות: הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יודא בער טעללער שליט"א - וומ"ס.
כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א.
לוי: החתן אברהם ב"ר נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: החתן מנחם מענדל ב"ר יעקב קעלנער הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן בנימין זידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן משה ב"ר יצחק יקותיאל ביקעל הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' גרשון אקער הי"ו.
ר' זידא משה אליעזר גרובער הי"ו.
ר' חיים ברי"ש פריעדמאן הי"ו.
ר' שלום זאלדאן הי"ו.
שביעי: החתן ישראל יוסף ב"ר נחמי' ניימאן הי"ו - באווארפען.
הוספות: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
החתן יואל ב"ר ישעי' סאקס הי"ו.
החתן משה דוד בהר"ר יודא בער טעללער שליט"א.
החתן חיים ישעי' ב"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו.
החתן אברהם יצחק ב"ר שלמה דוד גרינפעלד הי"ו.
הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א - מו"ץ.
אחרון - חזק: הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א - רב שכונת קעסקעיד ודומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב קעלנער הי"ו.
גלילה הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארץ הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מרדכי יושע גראסמאן הי"ו - ב"פ.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברי"ב רייך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אלישע גראסמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שמואל בנימין לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל משולם זושא שווארץ הי"ו - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים' און דער רבי האט ארומגערעדט פייערדיגע דברי כיבושין לקראת די ימי השובבי"ם הבעל"ט,
דער רבי האט געזאגט אז זכרינו ימים מקדם ווען עס זענען געווען די צדיקים הקודמים וואס האבן געקענט מעורר זיין לתשובה אין די וואכן אבער מה נעשה דרא בתראה ווער קען אונז אפילו מעורר זיין לתשובה?
האט דער רבי געזאגט אז יעקב אבינו האט צוזאמגענומען אלע נשמות ישראל און געזאגט פאר זיי דברי כיבושין 'ואגידה לכם' -דברים קשים כגידין, און מיט די דברי מוסר קענען מיר נתעורר ווערן לתשובה,
אבער דאס איז נאר אויב מען פארמאגט א אפענעם הארץ דעמאלטס קען זיין דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב אבער בעונותינו הרבים איז אונזער הארץ פארשטאפט און די דברי מוסר פון יעקב אבינו קען נישט אריינגיין אין אונזער הארץ, וואס איז די עצה?
האט דער רבי נאכגעזאגט אז ל'ב ט'הור ב'רא לי איז ר"ת 'טבל', אז מען גייט אין מקוה ווערט באשאפן א נייע הארץ און עס קען זיין נכנסין אל הלב, און דאס האט יעקב אבינו געזאגט 'האספו ואגידה לכם' האספו איז בגי' 'מקוה' אז מען גייט אין מקוה קען מען הערן די דברי כיבושין פון יעקב אבינו און מען קען ריכטיג נתעורר ווערן לתשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו
קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יואל ב"ר ישעי' סאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אין ק"י.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
נאך הבדלה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל לעווינגער הי"ו לרגל נישואי בתו למז"ט,
צום ערשט איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שטאק אינעם נייעם בנין פון ישיבת קנין תורה מאנסי פארן ריזן סכום פון 360 טויזענט דאלער,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן הרה"ח ר' יואל הי"ו און פארן חתן און די גאנצע משפחה.
דערנאך זענען אריין בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה דבאבוב 45, וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו לע"נ בנו /אחיהם הרה"ח ר' ליפא ע"ה,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
~🌴~