דאנערשטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בר"י עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יונה ראטענבערג הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' גבריאל אברהם באבור הי"ו און הרה"ח ר' אלי' שבתי שמעא ע"ה אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יודא בער טעללער שליט"א און הרה"ח ר' ישראל ברא"ש שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה גדולה דקראלי פון וומ"ס,
דער רבי האט פארהערט די בחורים הלכות שחיטה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט ארומגערעדט עניני שחיטה נאך וואס די בחורים האבן אפגעשטאט א באזוך היינט אינעם בית השחיטה המהודרת,
דערנאך זענען די בחורים אריבער אפנעמען ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר בערגער הי"ו און הרה"ח ר' חיים זלמן שעהר הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' געציל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' שלום משה פעלדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~