מאנטאג עקב פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג עקב פארנאכטס
אין די נאכמיטאג שטונדן ארום 5:30 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין ישיבה - סניף דברי יואל.
דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק ועידוד פארן תקנה פונעם מייסד הישיבה רבינו הק' זי"ע נישט צו גיין צו קיין חתונות בכלל און תנאים וקישור חיתון בפרט.
אין די פארנאכטס שטונדן האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים
ר' מיכל פריעדמאן - ר' חיים קליין
אין די זאלן פון כינור דוד.
ר' משה מענדל ווערטהיימער - ר' אליעזר רובינשטיין
אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
פון 8:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 9:00
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים
ר' שמואל מאיר לעווי - ר' אהרן קרויס.
ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש - ר' מנחם שמואל פרענקל.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:00
ארום 12:30 איז פארגעקומען דער מעמד קביעות מזוזה אינעם נייעם אפיס פון 'גדר' אויף 10 מרדכי שעהר בלווד.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע אפיסעס, דערנאך האט מען געוויזן פארן רבי'ן די פונקטליכע ציפערן און סטאטיסטיקס וויפיל פילטערס עס זענען געלייגט געווארן דורכאויס די יארן, און די ערווארטעטע וואוקס אינעם עתיד.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די עוסקים במלאכת הקודש.
א גוטע נאכט
~🌴~