שבת קודש פרשת ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויגש=
ארום 4:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה גאטעסמאן הי"ו.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
קבלת שבת: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:05.
נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, און דערנאך אריין לחדרו הפרטי.
ארום 6:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר נחמן בראך שליט"א - בית שמש.
פאר די פלייש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די תענית פון עשרה בטבת און ארויסגעברענגט די מוסר השכל וואס מען זעט פון דעם אז די הארבקייט פונעם תענית איז וויבאלד התחלה איז חצי הכל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר נחמן בראך שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ובני דן חושים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך הנאתן,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דערנאך האט דער רבי עס אויסגעטייטשט אויף נאך אן אופן אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש,
דערנאך האט מען ווייטער ממשיך געווען צו זינגען און דערנאך האט דער רבי אויסגעטייטשט אויף נאך אן אופן אין די סוגיא פון אין עשה לפני הדיבור דוחה לא תעשה לאחר הדיבור.
קה אכסוף: הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגה"ק בעל ערך ש"י זצ"ל - דומ"ץ וראב"ד סיגוט וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"א טבת.
קה רבון עלם: בעל שמחה נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
עס איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם יואל רובין הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 10:10.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן הלל ב"ר יואל ברי"א לעווי הי"ו.
שלישי: החתן יוסף שמואל ב"ר ארי' ראטה הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יודא ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו.
חמישי: החתן יעקב דוד ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יושע ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
ר' משה ברצ"א קליין הי"ו.
ר' יושע גאלדבערגער הי"ו.
ר' ישראל חיים יואל פריעד הי"ו.
ר' מרדכי ירוחם מיללער הי"ו.
ר' חיים ברש"א ראטה הי"ו.
שביעי: החתן פנחס נחמן ב"ר אשר לעמיל גלויבער הי"ו.
אחרון: הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יושע גליק הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל מנחם קלעפנער הי"ו.
כהן: ר' יואל ב"ר חיים ישעי' גראס הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר נחמן בראך שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והגדתם לאבי את כל כבודי במצרים' און ארויסגעברענגט אז דורך די רישומא דקדושה וואס עס איז געבליבן פון די תורה וואס יוסף הצדיק האט געלערענט מיט יעקב אבינו מיט דעם כח האט ער געקענט ביישטיין די נסיונות אינעם טמא'נעם לאנד מצרים, און מיט די פעולות פון יוסף הצדיק און אזוי אויך מיט די פעולות פון די צדיקים הקודמים מאכט דאס אז עס זאל זיין אין אונז א רישומא דקדושה און מען זאל זיך קענען האלטן ערליך אינעם טריפה'נעם לאנד אמעריקע וואס איז נאך ערגער ווי מצרים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן הלל ב"ר יואל ברי"א לעווי הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
~
ארום 10:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אינעם נייעם 'מיטב גראסערי' אויפן 17-M ווי די פראדוקטן ווערן פארקויפט פאר ביליגע פרייזן ערמעגליכט דורך עסקני ונגידי תושבי ק"י צווישן אנדערע העסקן ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו, הר"ר העניך מרדכי מייזליש שליט"א מטאלטשאווע, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, ר' ישראל צאהלער הי"ו און נאך,
דער רבי איז ארום אינעם גראסערי און זיך אומגעקוקט אויף אלע אפטיילונגען, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר העניך מרדכי מייזליש שליט"א און העסקן ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו, און דערביי האט זיך דער רבי משתתף געווען מיט א סכום הגון צו קענען אויסהאלטן די גראסערי,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די נגידים און עסקנים און אנגעוואונטשן עס זאל זיין 'טוב ומיטב לכל'.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי אין שטוב פון הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מראה"ק, צום שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער הרחבת גבולי הקדושה אין מאנסי און איבער די הצלחה פונעם פלייש געשעפט פון קהלתינו הק' אין מאנסי און נאך,
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' רפאל הי"ו האט געקויפט צוויי כתות אינעם בנין הת"ת אויף מאנסי בלוד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~