מאנטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויגש=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זי"ע.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע.
נאך מנחה ארום 5:20 איז דער רבי אנגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון ב"פ, וואס איז פארגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע, און דערביי האט דער רבי מוסיף געווען פארשידענע סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט צום ערשט פארציילט א סיפור פונעם בעל הילולא, און דערנאך ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא נאכזאגענדיג אז מען דארף זען אז אידישקייט זאל נישט ווערן באקוועם נאר מען דארף זיך פלאגן און אנשטרענגן פאר א מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 7:10.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר לעמיל גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון ישראל ברויער הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף עהרנפעלד הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון ליכטענשטיין הי"ו און הר"ר יוסף הערש בנעט שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~