מאנטאג עקב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג עקב
היינט אינדערפרי האט רבינו שליט"א באנייט דער נייער פריוואטער מקוה אין ביהמ"ד הגדול נדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' יצחק קליין הי"ו.
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים בן
ר' ברוך פראנקעל - מאנסי.
ר' ברוך עקשטיין.
ר' יצחק זאב גרינוואלד.
ר' יעקב יושע כהנא.
ר' יחזקאל יעקב יודא היילברוין.
ר' יעקב שווארץ.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק ג'.
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען נעמען שלום.
דערנאך איז פארגעקומען די לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
א גוטן טאג
~🌴~