זונטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויגש=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב יהודה מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר משה לענעראוויטש הי"ו.
ב"ר יואל פרענקל הי"ו.
ב"ר חיים בנימין בראך הי"ו.
ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברים העומדים על הפרק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו און הרה"ח ר יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב קלעפנער הי"ו און הרה"ח ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת ברכות דורך 'חבורת עזר התורה' שע"י קהלתינו הק',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די לומדים און אנגעוואונטשן מען זאל זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה און קענען מסיים זיין גאנץ ש"ס, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע לומדים, און במיוחד פאר הר"ר שלמה הערש קארנבלי שליט"א - מנהל החבורה, און פאר הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א - מנהל קביעות עתים.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם לאנדא'ס סופערמארקעט בשכונת שאגת אריה אונטערן אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו ובנו הרה"ח ר' שמואל אהרן הי"ו,
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן געשעפט און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים פונעם געשעפט און פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים, און פארן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווע זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~