שבת קודש פרשת מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת מקץ=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יצחק ב"ר יואל שרייבער הי"ו, און החתן מאיר ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:25.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר חברה הצלה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויהי מקץ שנתים ימים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש בעניני חנוכה אינעם סוגיא פון אין עושין מצוות חבולות חבולות.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווע זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג ו' טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: החתן מאיר ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן מרדכי ב"ר זלמן לייב בערנאטה הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יעקב דוד ב"ר עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יצחק ב"ר יואל שרייבער הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.
שביעי: החתן יצחק אהרן ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען.
אחרון: החתן הלל ב"ר יואל ברי"א לעווי הי"ו - באווארפען.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא ק"י.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יודל האלענדער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר הערשל כהנא שליט"א - ב"פ.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו - ב"ב.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מסורה 'כלנו בני איש אחד נחנו' 'נחנו נעבור חלוצים' 'נחנו פשענו ומרינו', און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עס בלייבט א רישומא דקדושה אויף יעדע איד פון די נרות חנוכה וואס עס שיינט אריין אין אידישע הערצער און אין אידישע הייזער, 'כי נר מצוה ותורה אור' און מיט דעם קען מען אנגיין פארן גאנצן יאר.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
נאך הבדלה זענען אריין בביתו נאוה קודש די בחורים מזמרים וואס העלפן ארויס מיט די ניגונים יעדע וואך ביי די סעודת ליל שב"ק און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~