פרייטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג מקץ=
~זאת חנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד יששכר פארקאש הי"ו.
ב"ר יוסף יאקאב הי"ו.
ב"ר בנימין הלל נאווע הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד האפפמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד שריפת הפתילות',
דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן און אנגעצינדן די מדורה און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דערנאך האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן נייעם עירוב טראק וואס די וועד העירובין האט איינגעקויפט פאר די צורך פון די פילצאליגע עירובין אינערהאלב קרית יואל,
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות פון די וועד העירובין און אנגעוויזן אויפן נייעם טראק וואס איז דארט אנוועזנד געווען, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר הר"ר ישראל הערש רייך שליט"א - מרמ"י הישיבה וואס האט זיך אינטערגענומען און עוסק געווען צוזאמצושטעלן די גאנצע געלט פארן טראק.
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דער רבי האט זיך געוואשן און מען האט אויפגעגעבן א סעודה לכבוד היום.
דער רבי האט אויפגעריסן די חלה אן קיין מעסער כנהוג אום עש"ק.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חנוכה, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א,
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א - מראשי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה ווי דער רבי האט געזאגט אז חנוכה איז מסוגל פאר אלע השפעות און בפרט פאר שידוכים, אזוי ווי עס שטייט אז א 'אשה' ווערט אנגערופן 'זאת', און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע תלמידי הישיבה און פאר די רמ"י והנהלת הישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
א גוט שבת.
~🌴~