דאנערשטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מקץ=
~יום ז' דחנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל עזרא פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל זאת חנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער, פאר מעריב האט הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש נ"י אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום אכטן לעכטל חנוכה במעמד אלפי אנשי שלומינו.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די ניגונים,
דערנאך האט הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגוני התעורורות פאר א לענגערע צייט.
ארום 10:15 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז א אש של מעלה ווערט נישט פארברענט און פארדעם האט זיך די אויל ביי די חשמונאים נישט אויסגעניצט וויבאלד עס איז געווען א אש של מעלה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז עס דארף זיין 'ויגבה לבו בדרכי ה' 'מען דארף האבן א אש של מעלה' און דורכדעם וועט מען זיך קענען האלטן,
און דער רבי האט נאכגעזאגט אז 'להדליק נר חנוכה' איז בגי' 'מלך רופא נאמן' און ווען מען צינדט אן די נרות חנוכה איז עס משפיע רפואת וישועות פאר יעדעם איינעם סיי רפואת הגוף און סיי רפואת הנפש,
און דער רבי האט ממשיך געווען נאכזאגענדיג אז זאת חנוכה ווערט פארברענט די גשמיות'דיגע אויל די תאוות הגשמיות און מען ווערט אויסגעלייטערט און דורכדעם קען מען פארשטיין די תורה הק' וואס מען לערנט, און דער רבי האט געזאגט אז די ערשטע נאכט צינדט מען אן די אייגענע לעכט מען איז מתפלל אויף זיך, די צווייטע נאכט איז מען שוין מתפלל אויף די קינדער, און די דריטע נאכט אויף די אייניקלעך, א.א.וו. און מען איז מתפלל אז 'ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות',
און דער רבי האט ממשיך געווען נאכזאגענדיג אז אין די קומענדיגע וואכן געפאלט די גויאישע חגאות און רוב עולם ארבעט נישט אין יענע טעג, און דער רבי האט געבעטן אז מען זאל מייחד זיין די טעג אויף לימוד התורה, מען זאל צוזאמנעמען די ערוואקסענע קינדער און עוסק זיין בתורה אינאיינעם אבות ובנים,
און דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז די וואס האבן געלערנט די קדושת לוי אויף חנוכה האבן געזען אז עס איז דא א אש של מעלה און עס האט אריינגעשיינט א פייער אינעם הארץ, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו.
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, און דערנאך ניגוני שמחה והודאה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברי ברכה נאכזאגענדיג פונעם רוקח אז זאת חנוכה קומט אראפ א שפע פון פרנסה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים מזמרים פון די קאפעליע.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
~🌴~