מיטוואך מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מקץ=
~יום ו' דחנוכה~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה חיים כהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלעזר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב יושע פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל בראך הי"ו.
ב"ר לוי יואל שווארטץ הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ז' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' מענדל ב"ר געציל פרענקל הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:20 איז דער רבי ערשינען צום צינדן אויף א פריוואטע פארנעם מיט די יתומים פון אנ"ש, אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, נאכן צינדן האבן די קינדער פארגעזינגן מעוז צור, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני הלל והודאה.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום.
דער רבי האט געשפילט דריידל מיט די קינדער און דערנאך איז געווען א געלעגענהייט פאר די בחורים צו פרעגן שאלות ותשובות ווי די בחורים האבן געקענט פרעגן שאלות וספיקות, אויף וואס דער רבי האט פארענטפערט בטוב טעם ודעת.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט א לענגערע צייט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי חיזוק והדרכה.
נאך די מסיבה זענען אלע קינדער און בחורים אריבער פערזענליך אפנעמען חנוכה געלט און מתנות פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע טוען יאר יערליך אהערשטעלן און צושטאנד ברענגען די רייכע נאכט, צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~