דינסטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מקץ=
~יום ה' דחנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ו' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' אלימלך ב"ר יושע לייב שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום זעקסטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז אפילו אויב א איד האט ח"ו נישט קיין זכותים און קיין מצוות ומעש"ט אבער אויב איז מען באחדות מיט אנדערע אידן גיסט זיך איבער די השפעות פון די אנדערע אידן און מען ווערט געבענטשט בכל מילי דמיטב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צום יערליכן כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי',
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי התחזקות ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז פון חנוכה זעט מען די גרויסקייט פון א אמת'ע השתוקקות לדבר מצוה וואס נאר צוליב די השתוקקות וואס די חשמונאים האבן געהאט צו צינדן די מנורה בטהרה איז געשען די נס חנוכה, און דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פון די חבורה וואס איז זיך מחזק בעבודת השם מיטן לערנען חסידישע ספרים וואס דאס ברענגט אריין א אמת'ע השתוקקות לדבר מצוה און נאר אזוי קען מען זיך דערהאלטן אינעם ביטער'ן גלות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:55.
א גוטע נאכט.
~🌴~