מאנטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג מקץ=
~יום ד' דחנוכה~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
ב"ר יואל פיש הי"ו.
ב"ר יוסף לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ה' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שמשון ב"ר מאיר פייערשטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום פיפטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז עס איז גענוג אז איין איד זאל צינדן די נירות חנוכה מיט די ריכטיגע כוונות און דאס איז משפיע אלע השפעות פאר גאנץ כלל ישראל, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די קישור החיתון פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו מנאמני בית רבינו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.
א גוטע נאכט.
~🌴~