זונטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מקץ=
~יום ג' דחנוכה~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר ברי"ה שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן ברח"ש ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט א גרויסע ציבור אנשי שלומינו ובחורי חמד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נחמן כהנא הי"ו.
ב"ר מיכאל עג'מי הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ד' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום פערטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות אויפן פיוט פון יונים.
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז דורך די נרות חנוכה איז מען זוכה צו הערן די בת קול היוצאת מהר חורב און דורכדעם איז מען זוכה אז הקב"ה איז אונז קונה מיט קנין משיכה דורך 'קוראה לה והיא בא' און מען דארף נישט צוקומען צו 'היכשה במקל', אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די נירות חנוכה גיבן אריין אין הארץ א עריבות ומתיקות התורה און דאס מאכט אז עס זאל ווערן 'תליוהו וזבין זביני זביני' און עס איז נישט דא קיין מודעא וויבאלד די מתיקות התורה וואס מען פילט איז אסאך מער ווי געלט, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
א גוטע נאכט.
~🌴~