שבת קודש פרשת וישב - שבת חנוכה - שבת מבה"ח טבת - בקרב קהלתינו הק' וומ"ס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישב - שבת חנוכה - שבת מבה"ח טבת - בקרב קהלתינו הק' וומ"ס=
ערב שב"ק ביים ערשטן פייף האט דער רבי געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן אין די מנורה וואס רביה"ק זי"ע האט געצינדן אין פלארידע,
נאכן צינדן האט דער רבי געזאגט די פיוט פון הנרות כנהוג.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פאר בית הוראה דקהלתינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל בר"מ הירש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל הביהמ"ד.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח יואל ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט"א - רב ביהמ"ד אהל תורה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו, און געטייטשט בדרך דרוש ופלפול משולב בעניני חנוכה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ גאלאנטא.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' משה'לע דעעש'ער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם דאנערשטאג כ"ד כסלו.
קה רבון עלם: הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן שליט"א - אב"ד עצי חיים סיגוט מאנסי.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי,
ר' ארי' בר"י ווייס הי"ו.
ר' יעקב יודא ווייס הי"ו.
ר' משה ארי' לעווי הי"ו.
אז ביום השביעי: בנש"ק הרב חיים נחום לייפער שליט"א - רב דביהמ"ד קדושת צבי.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:40.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל און פארגעדאווענט בהתעורורות גדול.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו - ב"ב, און הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו - ק"י.
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח יעקב קאסטו הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
רביעי: החתן יחיאל ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
חמישי: בעל ברית ר' יעקב יודא ווייס הי"ו.
שביעי: ר' אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הוספה: הבה"ח אפרים פישל ב"ר אברהם בראך הי"ו.
אחרון: ר' יוסף ברי"ח ווייס הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו - ק"י.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' נחמי' מארקאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישכר בעריש פריעד הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו - סיגעיט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יונתן שטעסל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' דוד שטיינבערג הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מענדל ווערטהיימער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'הדודאים נתנו ריח זה ראובן שהציל את יוסף ועל פתחינו זה מגדים זה נר חנוכה' און ארויסגעברענגט אז ביי ראובן זעט מען אז אפילו עס איז נאר געווען א הצלה פורתא הייסט עס נאך אלץ א הצלה און די זעלבע ביי נר חנוכה לויט איינע פון די תירוצים פונעם בית יוסף אז מען האט עס צעטיילט אויף אכט חלקים אפילו עס דארף זיין תן לה כדי מידתה איז געניג אז מען לייגט נאר אריין אביסל, און פון דעם נעמט מען ארויס אז אפילו מען טוט נאר אביסל מצוות ומעש"ט און נאר אביסל תשובה איז עס הקב"ה אויך מקבל, 'וברכתיך בכל אשר תעשה' כל אפילו כל שהוא אפילו מען טוט נאר אביסל ווערט מען געבענטשט און עס פעלט נישט אויס מען זאל דארפן ארבעטן אסאך נאר עס איז געניג אביסל און הקב"ה וועט אריינשיקן די ברכה, און דאס איז אלעס בזכות פון נר חנוכה וואס די ר"ת פון ע'מך י'שראל צ'ריכין פ'רנסה איז בגי' נר', און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
ידיד נפש: הרה"ח ר' בנציון הלוי ווערצבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
פאר מעריב האט דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אנגעצינדן די מנורה, און מען האט באווארפן כנהוג.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם צוזאמען א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס צום דריטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער וואס האבן געזינגן אין די קאפעליע, און דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א און האדמו"ר מזידטשוב חרדים שליט"א.
ארום 11:05 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז נר חנוכה איז משפיע פרנסה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן 'א גוטע וואך און א לעכטיגע חנוכה'.
מען האט געענדיגט ארום 11:35.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו ע"פ אשתו ע"ה.
פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~