דאנערשטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר שמואל יעקב טעללער הי"ו.
ב"ר נחמן דוד שמידמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר מרדכי שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל א' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום ערשטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 10:15 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעשיינט א לעכטיגקייט אין יעדע איד'ס הארץ און ס'האט נישט געלאזט שלאפן און מ'איז אויפגעשטאנען פארטאגס לערנען, 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז ער האט נישט געלאזט שלאפן, און די זעלבע כח האבן די נרות חנוכה, און דער רבי האט מעורר געווען זיך מחזק זיין מיט לימוד התורה אין די פארטאגס שעות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~