מיטוואך וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ב קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ליפא ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יעקב קליין הי"ו.
ב"ר יום טוב בערגער הי"ו.
ב"ר שמעון ישראל קארנבלי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו ע"פ בנו /אחיהם ע"ה.
אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' שלמה סטרולאוויטש ע"ה ע"פ אמם ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~