דינסטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נחמי' עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און באגלייט די מטה פון הרה"ח ר' ליפא ברא"ש לאנדא ע"ה פון מאנסי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד בארנוב אין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר מבארנוב שליט"א און האחים האדמורי"ם מרחמיסטריווקא שליט"א היושבים ע"פ אשתו /אחותיהם הרבנית מבארנוב ע"ה.
פון דארט איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:50 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~