מאנטאג וישב - כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישב - כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישכר בער עפשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה ארום 5:40 איז דער רבי ארויף אין ישיבה גדולה סניף ברך משה צום מסיבת לחיים לרגל די יום הצלה והשוחרור כ''א כסליו אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט אויף חסדי ה' און נאך ניגוני הודאה,
דער רבי האט מכבד געווען דעם נואם הכבוד הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א - רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא ממשיך צו זיין מיט זיין דרשה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אודה ה' בכל לבב און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם אז מיר קענען לויבן הקב"ה אויף דעם אז מיר האבן די זכי' צו זיין תלמידים וחסידים פון רביה"ק זי"ע, און ארומגערעדט איבער די שווערע מצב וואס כלל ישראל האט זיך געפינען נאכן מלחמה, וויפיל אידישע נפשות זענען ליידער אוועקגעפאלן אין דעם מצב ביז רביה"ק זי"ע האט אויפגעבויעט דאס יהדות החרדית און האט זיך אפגעגעבן מיט אלע קלייניגקייטן סיי בעניני חינוך און סיי זיך אפגעגעבן מיט יעדע מענטש ווי א טאטע צו א קינד,
און די זעלבע מיט די מלחמה מיט די נגע הציונית וואס מען דארף צו וויסן אז אפילו מען הערט פון אנדערע אז עס איז דא נאך שיטות בעניני ציונית, אז מען קוקט אבער די טייכן טרערן מיט וואס רביה"ק האט געפירט די מלחמה ווייסט מען דעם אמת, עס איז געווען א מלחמת הקודש וואס די וואס האבן עס געהערט מפה קדשו וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן,
און דער רבי האט באגריסט דעם חשובן גאסט וואס איז געקומען רעדן, און פארציילט א מעשה פונעם ישמח משה זי"ע ווי ער האט געזאגט אז פון ווי זעט מען אז מען מיינט כבוד התורה און נישט כבוד עצמו? אז מען זעט אז מען איז מכבד א צווייטע תלמיד חכם און מען פילט די זעלבע ווי מען איז ווען זיך מכבד דעמאלטס איז א סימן אז מען מיינט כבוד התורה,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט אינמיטן די שווערע גזירות החינוך אין ניו יארק און אויב אמאל האט מען געפילט אז מען איז א קול קורא במדבר און קיינער הערט נישט אויס, הערט מען היינט אז עס איז שוין ב"ה דא נאך חשובע רבנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין און געלויבט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, צווישן אנדערע דער חשובער גאסט הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א,
און דער רבי האט דערמאנט די נעכטיגע אסיפה פון די רבנים מיטן ספיקער פון די הויז וואס איז די דריטע גרעסטע מענטש אין וואשינגטאן, און דער רבי האט געזאגט אז טראץ וואס ער האט ערשט היינט געהערט דערפון און ער האט נישט קיין שייכות מיט דעם האט ער אבער שטארק הנאה און דאנקט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן און בעזר השם וועט מען אויפטוהן און אפשלאגן די גזירה, און דער רבי האט מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שליט"א צו פארציילן וואס דארט איז געווען, און דערנאך זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן הצלחה פאר די רבנים און עסקנים להעביר את רוע הגזירה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:30 האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בוים הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל אהרן דוד רובינשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה לאנדא הי"ו און הר"ר דוד יואל צימעט שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן דוד שמואל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל טרעגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~