זונטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יהודה ברילל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די סעפייער זאל צום מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך איגוד יושבי אוהל דקהילתינו הק' לכבודו פון הר''ר וואלף אהרן טעללער שליט''א - מנהל מבצר הכוללים ק''י, און לכבודו פון הר''ר לוי יצחק האניג שליט''א - מגי''ש ביושבי אוהל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים, און זיידעס,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם איגוד יושבי אהל וואס גיבט די געלעגענהייט פאר אינגעלייט עוסק צו זיין בדבר הלכה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואס האט געהאט די זכי' מנדב צו זיין די בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יצ"ו, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:05, און מעריב ארום 6:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בנציון וויינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' משה פישער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר מענדל ווייס שליט"א און הרה"ח ר' אלי' יודא ראטה הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
ארום 8:10 איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד אדיר "בנינו ודורותינו" סעודת הודאה ודינער השנתי לרגל כ"א כסלו - יום הצלה ושחרור פון רבינו הקוה"ט זי"ע וואס איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אינעם 'וואטערפראנט סקווער' אויף קענט עוו.
אלץ יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א - ראש ישיבתינו לאנדאן.
ארום 9:00 אזייגער האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות ווי דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד, און ארומגערעדט איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס.
ארום 9:35 איז רבינו שליט"א ערשינען אינעם זאל במעמד רבבות אלפי ישראל ווי דער רבי האט זיך צום ערשט באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות אויף די ניגוני הודאה פון חסדי ה', בך בטחו, והיא שעמדה, און נאך.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום, נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים צוערשט פארן אויבן אן און דערנאך פאר די אלופי אלפי אנשי שלומינו, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ אויף ניגוני הודאה.
במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכע האט ארויסגעהויבן די פילע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין.
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג די מעיאר עריק עדעמס יר"ה וועלכע האט דערנאך אויפגעטרעטן ארויסברענגענדיג זיין שטענדיגע הילף פאר קהלתינו הק', בפרט פאר די חינוך הטהור אין ניו יארק, און זיך באדאנקט אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף אין עתיד פאר די ריינע חינוך אין ניו יארק.
דערנאך איז דער מעיאר יר"ה פערזענליך צוגעגאנגען אפנעמען ברכת קדשו פון רבינו שליט"א, און ר' מרדכי אלעזר ממשיך געווען מיט די דבר הנהלת המוסדות.
ארום 10:45 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש והדרכת השנה פאר אלפי אנ"ש די בכל אתר ואתר,
דער רבי האט אנגעהויבן בשבח המוסדות, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס מען האט ביים שטיצן די הייליגע מוסדות, דערנאך האט דער רבי זיך געשטעלט אויף די וואכעדיגע סדרה און ארומגערעדט במשנתו של רביה"ק בעל הנס זי"ע,
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון חבורת יסודי התורה, און מחזק ומעודד געווען אנ"ש זיך אנצושליסן אינעם חבורה,
דער רבי האט מעורר געווען איבער גיין אין מקוה פארן דאווענען, און איבער די צניעות הבגדים ביי די נשים, בפרט ביי די קאפ צודעק, און די עגמת נפש וואס קומט ארויס ווען מען איז מזניח אינעם צניעות,
דער רבי האט דערמאנט די מצב המלחמה אין ארה"ק, און במיוחד די רציחה אויף א ת"ח א מורה הוראה פארגאנגענער וואך ה' ינקום דמו במהרה לעינינו,
דער רבי האט ארויסגעברעגט די ווייטאג אויף אלע אידישע נפשות וואס ווערן ליידער פארלוירן, און אויפגעפאדערט צו האלטן דעם מח גראד, עס איז נישט 'אונז' און 'זיי', מיר האבן נישט קיין חלק אין די מדינה, און זייער מיליטער איז נישט אונזער מיליטער,
מיר זענען זיך משתתף אין די צער פון אחב"י אין ארה"ק, און מיר זענען מתפלל אויף די הצלה, און נישט אויף די הצלחה פון די ציונים.
דער רבי האט אויסגעשריגן די ווייטאג ווען מען זעט ווי געוויסע מנהיגים גייען און זענען מחזק דעם ציוני'סטישן מיליטער, זיי שיקן טאנצן פאר אוכלי נבילות וטריפות, און זענען מחזק מיט כל מיני התחזקות דעם טמא'נעם מיליטער,
דער רבי האט דערמאנט א מעשה פון רבינו הקוה"ט בעל הנס זי"ע ביי אן אסיפת הרבנים נאכן הקמת המדינה האט א געוויסער רב געזאגט אז די מדינה איז א מציאות דארף מען עס שטיצן חלילה, און רביה"ק זי"ע האט אויסגעשריגן אז א זאך וואס איז נגד התורה איז נישט קיין מציאות!
דער רבי האט ממשיך געווען אז
די פראבלעם מיט די מדינה איז גארנישט נשתנה געווארן!
במיוחד האט דער רבי דערמאנט די פראטעסט אין וואשינגטאן, וואו די אגודת ישראל פארטיי האט אפיציעל געשטיצט זיך צו באטייליגן ביי דעם פארזאמלונג, וואס איז געווען לחיזוק הציונית, בתערובת אנשים ונשים, רובם ככולם מחללי שבתות פורקי עול,
און טראץ וואס אפאר רבני האגודה האבן פארלאנגט מען זאל זיך נישט באטייליגן האט אבער די פארטיי קיינמאל נישט צוריקגעצויגן,
דער רבי האט אויסגעפירט מיט ווייטאג, איז דאס א פארטיי וואס פאררופט זיך א חרדי'שע פארטיי? א חרדי'שע פארטיי זאל רופן זיך צו באטייליגן אין אזא פארזאמלונג?!
דערנאך האט דער רבי אדרעסירט די מצב אינעם קאמף למען חינוך הטהור אין ניו יארק,
דער רבי האט דערמאנט די פריערדיגע מערכות וואס כלל ישראל האט געפירט מיט די רעגירונג בעניני דת, ביי די גזירות אויף מציצה בפה, און ביי קאראנא ווען די רעגירונג האט געוואלט פארמאכן די בתי מדרשים, די מוסדות התורה, די קעמפס, ועוד, און אלעמאל האט מען זיי אינאיינעם באקעמפט און אפגעשלאגן די גזירות,
די רעגירונג האט פארלאנגט מען זאל אויסוועלן איינס פון זיבן פעטוועיס פאר די מוסדות, מען זאל נישט ענטפערן פאר די רעגירונג!
דער רבי האט דערמאנט די אסיפה אין מאנסי וואו די רעגירונג האט גערופן אלע מוסדות אין ראקלענד קאונטי, און קיינע פון די מוסדות זענען נישט אנגעקומען! און בעז"ה גייט מען אזוי טון, און נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, און מיטן אייבערשטנס הילף וועט אלעס אדורכגיין בשלום.
און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו לכל העם הנאספים.
נאך די דברות קודש האט דער רבי געבענטשט על הכוס.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:40, אויפן וועג ארויס האט רבינו שליט"א זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויס געהאלפן למען הצלחת המעמד.
א גוטע נאכט.
~🌴~