שבת קודש פרשת וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישלח=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן וואלף ב"ר משה יצחק איצקאוויטש הי"ו.
ארום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א מיט אן אפיעל לטובת די דינער פון מוסדותינו הק' קרית יואל היינטיגן מוצאי שבת.
קבלת שבת: ר' ליפא יואל פישער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א מ'זידיטשוב ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק הצילינו נא מיד אחי מיד עשיו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין אונאה לעכו"ם.
קה אכסוף: הרב ברוך רוקח שליט"א – חתן הגה"צ רב ביהמ"ד אהל פיגא שליט"א – חדב"ן.
ברכת המזון: הרה"ג ר' מנחם בנציון ווארפמאן שליט"א – אב"ד בוטשאטש מאנסי.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם מגיד דער רבי ר' בער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת י"ט כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א – מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
עס איז פארגעקומען די שלום זכר לבן הנולד אצל הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' פנחס שלעזינגער שליט"א - ראש ישיבותינו לאנדאן.
דערנאך האט מען ממשיך געווען צו זינגען חסדי ה' לכבוד כ"א כסלו וואס געפאלט די וואך מאנטאג.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"צ ר' יעקב שלמה כהנא שליט"א מ'זידיטשוב ירושלים.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד סופר שליט"א – אב"ד פאקש וומ"ס.
כהן: החתן ישכר דוב ב"ר מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: החתן גבריאל ב"ר מענדל ווייס הי"ו – באווארפען.
רביעי: החתן יושע ב"ר ישראל שעהר הי"ו.
חמישי: החתן יוסף מאיר בהר"ר וואלף אהרן טעללער שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' דוד צוויבל הי"ו.
ר' אהרן העניך טייטלבוים הי"ו.
הרה"ג ר' אברהם שמשון הורוויץ שליט"א.
ר' יעקב בר"י קרויס הי"ו.
שביעי: החתן משה הלל ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו.
הוספה: החתן שמעון ב"ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו.
הוספה: החתן משה יודא ב"ר אפרים ווייס הי"ו.
אחרון: החתן חיים אלי' ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו – וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו – משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ג ר' יוסף יואל כהן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל יעקב בראך הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ג אב"ד בוטשאטש מאנסי שליט''א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ג ר' מרדכי שמעי' קויפמאן שליט"א.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וישלח יעקב מלאכים לפניו, און ארויסגעברענגט אז דער נסיון העושר איז שווערער ווי די נסיון העוני, אבער געלט וואס קומט דורך א ברכה פונעם אויבערשטן אליינס ברענגט נישט קיין שלעכטס נאר גוטס, און מיט די כח פון שבת קודש איז מען זוכה צו באקומען די ברכה פונעם אויבערשטן.
ידיד נפש: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' פסח אונגאר הי"ו – וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן חיים אלי' ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
~
מוצאי שבת קודש ארום 10:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד דינער השנתי "יובל החמשים" פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
עס איז פארגעקומען א לענגערע נגינה פרעזענטאציע מיט חרוזים לרגל די אפצייכענונג פון "פופציג יאר קרית יואל"
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' משה אהרן פילעפף הי"ו מיט זכרונות פון קרית יואל מימי נעוריו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מנהל המוסדות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואנטשן פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך האט דער רבי באש קודש משמיע געווען דעם זעקת הקודש להצלת החינוך אין ניו יארק, דער רבי האט געזאגט אז בזמן שהקול קול יעקב אין הידים ידי עשיו, דורך די תורה פון תינוקות של בית רבן האבן די ידי עשיו נישט קיין שליטה, כלל ישראל אין ניו יארק דארף רחמי שמים פון די ידי עשיו וואס ווילן גוזר זיין גזירות על החינוך אזויווי די יוונים, בעזר ה' וועלן מיר שטיין על המשמר אויף טהרת החינוך מיט מסירת נפש
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסע הצלחה פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל אין אלע תחומים, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות פונעם מסגרת ותלמידי בידו, וואו אריבער הונדערט בחורים האבן זיך פארהערט הונדערטער בלעטער גמרא בע"פ,
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס מען זעט ביי חינוך הבנות ווי די קינדער ווערן נתגדל אויפן העכסטן סטאנדארט, און ארויסגעברענגט די פראבלעם ווי די היינטיגע מאדעס דרינגען אריין אין די שולע, און מען דארף זען אנצוהאלטן דעם הויכן סטאנדארט אין צניעות, און אויפגעברענגט א פלאן פון די הנהלת המוסדות אויפצושטעלן א פאבריק צוצושטעלן אויסגעהאלטענע בגדים אונטער די השגחה פונעם מוסדות, און נאר מיט דעם וועט מען קענען קומען אין שולע.
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין ק"י און איבער די צוויי נייע בנינים וואס מען האט אנגעהויבן בויען פארן בית רחל און פאר די ת"ת, און דער רבי האט מעורר ומעודד געווען אנ"ש אז יעדער איינער דארף שפירן ווי דאס איז זיין פראיעקט, און יעדער זאל האבן א חלק אין דעם כפי יכולת.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם "קרן מלמדים" וועלכע געבן סכומים הגונים פאר די מלמדים בעת שמחתם, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס טוען עס יעצט אויסברייטערן צו פארטיילן אויך פאר די מרביצי תורה פון די ישיבות קטנות.
דערנאך האט דער רבי אויפגעפאדערט יעדעם איינעם צו זען אדורכצולערנען די קדושות לחנוכה פונעם הייליגן קדושת לוי, וואס נאר דורך דעם קען מען שפירן א טעם אין די חנוכה ליכט.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נייעם מסגרת אין מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואו מען גיט ארין אין די קינדער ברייטע ידיעות, און אלמלא לא ראיתי לא האמנתי ווי סאך און ווי גוט די קינדער קענען, און דער רבי האט געוואונטשן די עסקנים מיט הצלחה אויף להבא.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:20, און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך.
~🌴~