דאנערשטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברא"ה בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יושע קאהן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו און הרה"ח ר' חיים דוד ניישטאדט הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל ארי' בערקאוויטש ע"ה און הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
=פרייטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
~🌴~