מיטוואך וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אליעזר דוד גליק הי"ו.
ב"ר שלום ברעכער הי"ו.
ב"ר שלום אליעזר בראך הי"ו.
ב"ר יצחק חננאל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר אברהם יששכר כייעם הי"ו.
ב"ר לוי יצחק ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר משה דוד וויינגארטן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר חיים הערש קאהן שליט"א און הר''ר בנציון אליהו זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי וואלטער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"י גרינפעלד הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 12:55 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"נ הירש הי"ו און הרה'ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' משה ראטה שליט"א - גאב"ד קארלסבורג,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן און ארויסבאגלייט ביזן טיר.
אזוי אויך איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט''א - אב''ד קרעטשניף-סיגוט וומ''ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~