שבת קודש פרשת תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תולדות=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו.
ארום 5:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ת"ת משאת בנימין אין קוממיות עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - מנהל מוסדותינו הק' בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און עס אויסגעטייטשט בדרך אגדה אז די אבות הק' האבן געקענט מיט זייער קדושה זען צו א זאך איז כשר דורכ'ן זען צו עס לייכט אויף דעם די שם הוי"ה.
קה אכסוף: הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים צום ערשט א מעשה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע בשייכות מיט די תורה, און דערנאך פון הרה"ק ר' אהרן מ'טשערנאבל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ט' כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' פסח עקשטיין הי"ו - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרב יחיאל מיכל גאלדשטיין שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ציממערמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי"ו - ב"פ.
כהן: ר' צבי אביגדור הערמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: החתן ברוך שאול יחזקאל ב"ר שמואל אפרים גאלד הי"ו - באווארפען.
שלישי: החתן יואל ב"ר מענדל יאנקאוויטש הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן אלימלך ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן משה משולם ב"ר יחיאל אלטר טויב הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
הר"ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א.
ר' קלמן אליעזר פעקעטע הי"ו.
ר' אברהם יושע העשיל גראס הי"ו.
שביעי: החתן משה מנחם ב"ר נחום שמשון שווארטץ הי"ו.
אחרון: החתן וואלף ב"ר אהרן יוסף בערגער הי"ו - באווארפען.
מפטיר: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל ברש"צ פעלדמאן הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יעקב בוקסבוים הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' חיים טורנהיים הי"ו.
לוי: הר"ר שמואל אפרים גאלד שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' נתן יוסף גרין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו' און ארויסגעברענגט אז יצחק אבינו האט געזען די בילבול המוחות וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור און דאס האט ער אנגעוואונטשן פאר יעקב אבינו אז מזאל האבן די כוחות עס בייצושטיין,
און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט און מעורר געווען אז מ'טאר זיך ח"ו נישט פארלירן און ווערן צעמישט פון די נקמה געפילן, ווייל נאר הקב"ה אליינס קען און וועט נקמה נעמען פאר אידיש בלוט וואס מען האט פארגאסן במשך די טויזענטער יארן, און מ'דארף נאר בעטן אז נקום 'לעינינו' נקמת דם עבדיך השפוך.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם שווארץ הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה דוד רייך הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן בהר"ר יצחק אהרן גרין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:30.
~
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון כינור דוד ווי עס איז פארגעקומען די סיום אויף הלכות שבת דורך 'כולל קנין שבת' שע"י מבצר הכוללים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות און די וויכטיגקייט פון לערנען הלכות שבת, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע לומדים און פאר די הנהלת הכולל,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 11:30.
א גוטע וואך.
~🌴~