דינסטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תולדות=
~ר"ח כסלו~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אפרים העכט הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א, החתן בן חתנו הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עידן פעלאס,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00 אזייגער, עס האט זיך פארמירט א שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די גרויסע זיידעס,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 7:25.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' אהרן בלייך ע"ה ע"פ אמם ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קאנטינענטל ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' צבי מאיר גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו - מגדולי תומכי קהלתינו הק' די בכל אתר ואתר.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב"ד סעליש שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' יוסף הורוויץ שליט"א - ראה"כ מונקאטש, חתן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' אליעזר זוסיא פארטיגאל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דעם גמר המקח פונעם שטח ווי עס וועט בע''ה בקרוב אויפגעבויט ווערן בית מדרשינו החדש 18טע עוו. אין ב"פ,
דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס פונעם ביהמ"ד און פון די היכל התורה, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן דומ''ץ הביהמ''ד הרה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א און פאר די אנוועזענדע מתפללים, און עקסטער פאר די נדבנים וואס האבן זיך געלאזט קאסטן גרעסערע סכומים פארן מקח, און בפרט פאר הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פון די חתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, החתן בן חתנו הרה"צ ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת חינקא,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:40,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די גרויסע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודי קודש,
דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און דערנאך מיט די חשובע זיידעס, און עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה,
דער רבי האט אויסגעווארט צום מצוה טאנץ פון אחיו הגה"צ אב"ד 15טע עוו. שליט"א, און דערנאך געטאנצן אינעם רינג מיט די בני המשפחה,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה,
מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~