מאנטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה ברוך טייטלבוים הי"ו.
ב"ר יואל זאב שעהר הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' נחום שמשון שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ח ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל יאקאבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם ישכר כייעם הי"ו און הרה"ח ר' מענדל שלמה ראזענפעלד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~